✕
רומייניע, רומייניע
אך, רומייניע, רומייניע, רומייניע
געווען א מאל א לאנד א זיסע, א שיינע
אך, רומייניע, רומייניע, רומייניע
געווען א מאל א לאנד א זיסע א פיינע
דארט צו וויינען איז א פערגעניגן
וואס דאס הארץ גלוסט דארט קענסטו קריגן
א מאמאליגעלע, א פאסטראמעלע, א קארנאצעלע
און א גלייזעלע וויין, אהא
איי, אין רומייניע איז דאך גיט
פון קיין דאגות ווייסט מען ניט
וויין טרינקט מען איבעראל
מ’פארבייסט מיט קאשטאוואל
היי, דיגאדי דאם
…
איי, אין רומייניע איז דאך גיט
פון קיין זארגען ווייסט מען ניט
וויין טרינקט מען שפעט ס’מעג זיין שפעט
מען פארבייסט א קאסטראוועט
היי, דיגאדי דאם
…
אוי געוואלד איך ווער מעשיגע
איך ליב נאר ברינזע, מאמאליגע
איך טאנץ און פריי זיך ביז דער סטעליע
ווען איך עס א פאטלאזשעלע
דזינג מא, טיי יידלדי טאם
…
איי ס’איז א מחיה, בעסער קען ניט זיין
איי א פארגעניגן איז נאר ראמייניש וויין
די ראמיינער טרינקען וויין
און עסן מאמאליגע
ווער עס קישט זיין אייגן ווייב
אה, יענער איז מעשיגע
זעץ! דזינג מא, טיי יידל די טאם
…
‘יקום פורקן מן שמיא’
שטייט און קושט די קעכענע, חיה
אנגעטאן אין אלטע שקראבעס
מאכט א קוגל לכבוד שבת
זעץ! טיי טי דידל די טאם
איז משה חיים אנגעקומען
דאס בעסטע חלק צוגענומען
משה חיים, ברוך שמואל
כאפט א קיצל אין דער שטיל
זעץ! דזינג מא, טיי יידל די טאם
…
און דאס מיידל נעבעך בלאזט זיך
און זי וויל ניט, נאר זי לאזט זיך
טשו!
גוט צו קושן איז א מויד
ווען זי איז אלט זעכצן
ווען מען קישט אן אלטן מויד
הייבט זי אן צו קרעכצן
זעץ! טיי יידל די טאם
…
איי ס’איז א מחיה, בעסער קען ניט זיין
איי א פארגעניגן איז נאר ראמייניש וויין








